ברוכים־הבאָים צו SPV
די מלוכישע פּענסיע־אינסטאַנץ (SPV) איז איינער פֿון די גרעסטע צושטעלער פֿון פּענסיע־באַדינונגען אין שוועדן. מיר זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער מלוכישער פּענסיע פֿאַר איבער 800.000 אַרבעטער און פּענסיאָנערן, ווי אויך 400 אַרבעט־געבער.
אונדזערע עובֿדות נעמען אַרײַן דאָס אויסרעכענען די פּענסיע־פּרעמיעס און דאָס צושטעלן דער רעגירונג פֿאָרויסשאַצונגען און סטאַטיסטיקעס. אונדזער ציל איז צו זײַן די נאַטירלעכע ברירה ווי די פֿאַרוואַלטער פֿון דער מלוכישער פּענסיע. די ביוראָען פֿון SPV געפֿינען זיך
אין Sundsvall און עס אַרבעטן אין זיי אַרום 270 אָנגעשטעלטע.
מיר פֿאַרנעמען זיך, צווישן אַנדערע, מיט די ווײַטערדיקע ענינים:
• ענטפֿערן אויף אָנפֿראַגעס, בפֿרט פֿון פּענסיאָנערן, אַרבעטער און אַרבעט־געבער.
• אויסרעכענען און אויסצאָלן די פּענסיעס.
• אויסרעכענען חובֿות און פּרעמיעס פֿאַר די אַרבעט־געבער.
• צושטעלן אינפֿאָרמאַציע, אָרגאַניזירן לערן־סעמינאַרן.
• געבן אונטערשטיצונג און עצות אין פֿאַרשיידענע פּענסיע־אָנגעלעגנהייטן.
• אַדמיניסטרירן די פּענסיע פֿאַר די מלוכה־אינסטאַנצן.
שטעלט זיך מיט אונדז אין קאָנטאַקט
פֿראַגעסוועגןדערפּענסיע
אויב איר זענט אַ פּענסיאָנער, קלינגט אָן אויפֿן נומער: 020-650065
אויב איר זענט איצט, אָדער געווען אַ מאָל, אַ מלוכה־אָנגעשטעלטער, קלינגט אָן אויפֿן נומער
020-515040
אירקלינגטפֿוןאויסלאַנד?
דער נומער מיט 020 אַרבעט נישט פֿון אויסלאַנד. אַנשטאָט דעם קלינגט אָן אונדזער צענטראַלע אויפֿן נומער 4660-187400+, און פֿון דאָרן וועט מען אײַך פֿאַרבינדן מיט אונדזער קונדן־באַדינונג.
אויפֿנעם־שעהען
אין ווינטער:
מאָנטיק – דאָנערשטיק, 09.00–15.00
Välkommen till SPV
Statens tjänstepensionsverk (SPV) är en av Sveriges största leverantörer av pensionstjänster. Vi ansvarar för att administrera den statliga tjänstepensionen för över 800 000 anställda och pensionärer och 400 arbetsgivare.
I vårt uppdrag ingår också att räkna ut pensionspremier samt att leverera prognoser och statistik till regeringen. Vårt mål är att vara det självklara valet som administratör av den statliga tjänstepensionen. SPV finns i Sundsvall och har cirka 270 medarbetare. Vi arbetar bland annat med att:
- Svara på frågor från bland annat pensionärer, anställda och arbetsgivare.
- Beräkna och betala ut tjänstepension.
- Beräkna skuld- och premier till arbetsgivare.
- Informera, utbilda och arrangera seminarier.
- Vara konsultstöd i olika tjänstepensionsfrågor.
- Administrera tjänstepension åt myndigheter.
Kontakta oss
Frågor om pension
- Du som är pensionär ringer: 020-65 00 65
- Du som är eller har varit statligt anställd ringer: 020-51 50 40
Ringer du från utlandet?
020-numret fungerar inte från utlandet. Ring istället till vår växel, telefonnummer +4660-18 74 00 som kan koppla dig vidare till kundservice.
Öppettider
- Måndag-fredag kl. 09.00-15.00
Was this information helpful?
Did you find about what you wanted to know or was there something lacking? Was the text difficult to understand? Tell us what you think about the contents of this page via the form below.